טעהראַן – פון איבער דער גאָרער וועלט האט מען מיטגעהאַלטן מיט שפּאַנונג וואָס עס אַנטוויקלט זיך אין איראַן שוין זינט נעכטן זונטאָג אינדערפרי, נאָך וואָס מען האָט געהערט אַז דער העליקאָפּטער אויף וועלכע עס איז געפאָרן דער איראַנער פּרעזידענט איבראַהים ראיסי האָט אַראָפּגעקראַכט אין א שווערער לאַנדונג.
פּרעזידענט ראיסי איז געווען אויפ'ן וועג אַהיים פון א באַזוך אין דעם דערנעבנדיגן אזערביזשאן, און אויף זיין העליקאָפּטער האָט זיך אויך געפונען דער איראַנער אויסערן מיניסטער כוסעין אמיראבדולאהין, דער גאָווערנאָר פון איראַן'ס מזרח אזערביזשאן פּראָווינץ און אַנדערע רעגירונג באַאַמטע און לייב-וועכטער.
דער העליקאָפּטער האָט געקראַכט אָדער געמאַכט אַן עמורדזשענסי לאַנדונג אינעם דיזמאר וואַלד צווישן די שטעט ווארזאקאן און דזשאלפא אין איראַן'ס מזרח אזערביזשאן פּראָווינץ, נעבן דער גרעניץ מיט אזערביזשאן, אונטער אומשטענדן וואָס זענען דערווייל אומקלאָר, וואַרשיינליך צוליב שווערן וועטער.
איראַנער באַאַמטע האָבן געזאָגט אַז דער אָרט וואו דער העליקאָפּטער האָט אַראָפּגעקראַכט איז א גאָר בערגיקע און וואַלדיגע געגנט. די פאַקטאָרן אינאיינעם מיט דעם שווערן רעגן און א דיקן נעפּל האָבן געמאַכט זייער שווער אָנצוהייבן מיט די זוך און רעטונג אַפּעראַציעס. דער נעפּל פאַרשווערט אויך פאַר דראָונס.
פון איבער דער וועלט האָט מען געהערט אומצאָליגע רעאַקציעס צו דער אָנגייענדיגער דראַמאַ וואָס האָט געהאַלטן יעדן געשפּאַנט אומעטום אַגאַנצן טאָג, וועלנדיג הערן דעם צושטאַנד פונעם איראַנער פּרעזידענט. נאָכאַנאַנד זענען געווען שמועות איבער געטראָפן לעבעדיג אָדער טויט, וואָס די רעגירונג האָט געלייקנט.
אין אַמעריקע האָט פּרעזידענט ביידען זיך אומגעקערט צום ווייסן הויז פון זיין וויקענד וואַקאַציע צו האַלטן א נאָנט אויג אויף דער סיטואַציע. א צאָל לענדער האָבן אויסגעדרוקט זאָרג, אַריינגערעכנט רוסלאַנד, איראַק און קאַטאַר, און צווישן אַנדערע האָבן רוסלאַנד און טערקיי אויך געשיקט זוך אַרבעטער און געצייג.
אזערביזשאן'ס פּרעזידענט אילהאם איליאוו האָט אויסגעדרוקט גרויס זאָרג איבער'ן אינצידענט און האָט אנגעבאָטן הילף, און ס'איז ערווענט געוואָרן אַז ראיסי'ס העליקאָפּטער האָט אַראָפּגעקראַכט געציילטע שטונדן נאָך וואָס ער האָט זיך געטראָפן פאַר געשפּרעכן און צערעמאָניעס מיט פּרעזידענט איליאוו.
טראָץ וואָס ס'זעט אויס ווי דער קראַך איז געשען צוליב וועטער א.ד.ג., זענען באַלד געווען שפּעקולאַציעס צי מדינת ישראל שטייט אונטער דעם. ס'איז אָנגעצייגט געוואָרן אויף נאָנטע באַציאונגען צווישן מדינת ישראל און אזערביזשאן, אַריינגערעכנט מדינת ישראל'ס נוצן אזערביזשאן צו שפּיאָנירן אויף איראַן.
די שטאַרקע מעגליכקייט אַז איראַן'ס פּרעזידענט איז געשטאָרבן האָט געברענגט דיסקוסיעס איבער די נאָכווייען און די קאָנסעקווענצן פון אַזאַ שריט, אָבער אַלע עקספּערטן זאָגן אַז גאָרנישט וועט זיך נישט טוישן מיט איראַן'ס פּאַליסיס, ווייל דער פאַקטישער פירער פון דעם רעזשים איז דער אַיאַטאָלאַ כאמינעי.
ראיסי איז באַטראַכט אַלס א "תלמיד" פון כאמינעי און אַלס א פּאָטענציעלער ערזעצער פאַר אים אָנצופירן מיט דעם איסלאַמישן רעזשים. אויב איז ראיסי טויט, וועט וויצע פּרעזידענט מוכאַמעד מאכבאר ווערן פּרעזידענט, ביז דער אַיאַטאָלאַ וועט פאַררופן וואַלן. כאמינעי האָט פאַרזיכערט סטאַביליטעט אין יעדן פאַל.
גייענדיג צום דרוק: איראנער מידיא באריכטעט אז רעטונג ארבעטער זענען אנגעקומען צום געקראכטן העליקאפטער און עס זענען נישטא קיין שום איבערלעבער, וואס דערמיט ווערט באשטעטיגט אז דער איראנער פרעזידענט איבראהים ראיסי, זיין אויסערן מיניסטער און נאך הויכע באאמטע זענען אומגעקומען.
אנאליסטן זאגן אז ראיסי'ס טויט וועט האבן א באלדיגע אויסווירקונג אויף איראנער פאליטיק, אין צוגאב צום טויט פונעם אויסערן מיניסטער, און טראץ וואס איראן'ס פאליסיס וועלן זיך גארנישט טוישן, טרעפט זיך די ארטיגע רעגירונג אין א שווערן צושטאנד מיט'ן דארפן שטעלן א נייעם פרעזידענט און אויסערן מיניסטער.